Main Content

הוראַגאַן מתיא

צוריק גיין צו אייער היים

עס איז דא א סאך אין זינען צו האבן ווען מען גייט צוריק צו דער היים אדער מוזמען  זיך צוריק בויען נאך א קאטאסטראפע. דירעסורסן הונטן קענען העלפן.

אויב איר דארפט הויזונג גלייך, באזוכט אונזערע Emergency Shelter זייט

ווערט געוורא וועגן פינאנציעלע רעסורס, אריינגערעכענט א קאטאסטראפע -הילף הלוואות פארגעשטעלט פאר די בעלים פון הייזער דורך די.Small Business Administration (SBA)

צוריק גיין צו דער היים

Recovering from Disaster (PDF, 4 MB) -קריגט אן עצה פאר אייך און אייער משפחה אויף זיכערקייט, געזונט, פסיכישע געזונט נאכן קאטאסטראפע. דער וועגווייזער שטעלט פאר הדרכות וועגן צוריק גיין צו דער היים, הילף-זוכן, זעלבסט-באהאנדלונג. און העלפו אנדערע .)FEMA

   Returning Home Guidelines  וועטר געוואר וואס צו טאן איידער איר גייט אריין אין אייער הויז נאך א קאטאסטראפע. אז איר גייט אריין, זיינט געוואר אויף וועלכע זאכן אכטונג צו געבן. אויך ווערט געוואר אויף וואס צו האלטן חשבון פאר פארזיכערונגס וועגען. . (Ready.gov)

טרעפט א נוענטער

נאך א קאטאסטראפע אס איז וויכטיג זיך צו פארבונדען מיט פריינד און משפחה און זיי לאזן וויסן אז איר זיינט זיכער. סאציאל-מעדיע איז א געוואלדיגע כלי פאר דעם, און אויך איז Red Cross Safe and Well eזייט. נוצט עס זיך איינשרייבן אלץ "זיכער און געזונט" און זוכט אויף אייער פריינד און מישפחה איו די דאטאבעיס פון פריינד און משפחה.

טאמער אייער קינד פעלט, אדער איר נעמט קער אויף א פארלוירענער קינד, איר קענט רופן National Center for     Missing and Exploited Children  1-800-THE-LOST (1-800-843-5678) .

וויאזוי צו העלפן

וואלונטאר און נדבה אחריות

ווען א כראך געשענט, מענטשען ווילן העלפן, אבער נישט אאיביק ווייסן אווו אנצופאנגען. ביטע פאלגט נאך אונזערע הדרכות צו בעסער געוואר ווערן די מערסטער עפעקטיוו און זיכערע וועגן מנדב צו זיין געלט, פראדוקטן, און אייער צייט נאך א קאטאסטראפע

 

 

בלוט נדבות

עטליכע בלוט דרייוס אפגעמאכט פאר באווירקטע געגענטער קענען מבוטל ווערן און גורם זיין א בלוט... איר קענט העלפן. טרעפ אייער בלוט-נדבה צענטער.

וואלונטירונג

נאך א קאטאסטראפע, פילע ארגאניזאציעס, ווי ..Red Cross קענען העלפן. ווארט געוואר וויזאוי קענט איר וואלאנטירן

איר קענט אויך זיך פארבונדען מיט אייערע לאקאלער אפטיילונג פון.   Voluntary Organizations Active in Disaster (VOAD). זיין קענען אייך פארבינדען מיט פילע ארגאניזאציעס וואס ארבייטן אויפו ארט און דערפן וואלונטארן. ביי די ערטער באווירט פון הוראגו מאטיוף

גיבט אכטונג אויף שווינדלעריי און סקאמס בשעת זוכן.
קאטאסטראפע הילף

בשעת די רעגירונג ארגאניזאציעס און חסד גראפן הייבן אן צו צושטעלן קאטאסטראפע הילף, שווינדלערס, אידענטיטאט גנבים און אנדערע פושעים קענען פראבירן צו ארבייטן אויך די.צובראכענע פלטים. די מערסט פארשפרייט פאסט-. קאטאסטראפע שווינדלן רעכענען אריין: פאלטשע הויזונג אינספעקטארס, שווינדרעלישע .בילדינג קאנטראקטארס, פאלטשע געבעטן פאר נדבות און פאלטשע אפערטן פון שטאט אדער פעדעראלע שטיצונג.

פרייזן ארויפהאקן

די פלטים פון נאטור-קאטאסטראפעס ווארן די צילן פון גאזלאנישע מעשים, אזוי ווי ארןיפהאקן פרייזן. ארויפהאקן פרייזן מיינט אז דער סוחר מאכט א העכערע פרייז אויף א זאך ווי וואלט געווען בארעכטיקט לויט זיין  עכטער קאסט. די פליטים זענען דאס מערסטע אנקרייטיק צו דעם וויל זייערע נויטן זענען באלדיק און זיי האבן ווייניג ברירות אויסצווועלען. אויב איר געפינט פרייזן ארויפהאקן, פארבונדט זיך מיט אייערע
שטאטס Office of the Attorney General.

די פליטים זאלן אין זינען האבן:

  • די פעדעראלע און שטאט באאמטער בעטען קיין מאל נישט נאר נעמען געלט, און אייביק טראגן אידענטיפיקאט-עמבלעמן.
  • עס איז נישט דא קיין אפצאל זיך אנצוגעבן אויף אדער צו קריגן קאטאסטראפע-הילף פון .FEMA., די.US Small Business Administration אדער דער שטאט
  • די שווינדל-פריוו קענען פאסירן דורך טעלעפאן, פאסט, אימעייל, טעקסט, אדער פרעזיינליך.

ליידער, עס זעהט אויס כאילו די פיקחות פון די וואס זוכן צו מאכן א שווינדל האט נישט קיין שיעור. די פליטים פון האראגאן מאטיו זענען דעבעטן צו בלליבן פארזיכטיק, פרעגן שאילות און בעטן א פאטא-0אידענטיפיקאט ווען איינער טענעט אז ער רעפרעזענטירט א רעגירונג אגענטורע.

האנדלן מיט די קאנטראקטארס

די פליטים זאלן נעמען טריטן זיך צו באשיצן ביים דינגען קאנטאקרטארס צו רייניגן פראפערטי, אויסרייניקן דאס רים אדער רעמאנטירן.

פשוטע כללים אויסצוווייכן פון ווערן א קרבן פון א שווינדל:

  • ניצט נאר קאנטראטקארס וואס זענען ליצענצירט דורך אייערע שטאט
  • קריג א שריפטליכער עסטימעט און באקום מער פון איין עסימעט
  • בעט און זיינט בודק די רעפערענציעס
  • בעט פאר א דערווייז פון פארזיכערונג
    • צ.ב. ליאביליטי און ווארקמען קאמפענסעישן
  • פאדערט א געשריבענער קאנטראקט און זאגט זיך אפ פון הונטארשרייבן א קאנטראקט מיט ליידיגע פלעצער
  • באקום גאראנטירן בכתב
  • מאכט פינאל אפצאל נאר נאך די ארבייט איז געענדיקט
  • צאל מיט א טשעק

דאס בעסטע וועג אויסצווויכן פון א שווינדל איז צו האבן א ליסטע וואס קענט אייך דערמאנען וואס צו פאדערן ביםם אויסדינגען א קאנטראקטאר

צדקה שווינדלן

מנדב זיין געלט אדער סחורה פאר דער צוועק פון ראטעווען די פליטים איז נאך א וועג זיי צו העלפן. גיבט אכטונג אויף שווינדלעריי בשעת אן עמערדזשענסי. ווער געוואר מער וועגן מנדב זיין.

אויב איר ווייסן וועגן א מעגליכער צדקה שווינדל ביי א שטאט וואס וועלכער איז באווירקט פון א הוראגאן, איר קענט עס רעפארטירן צו קליענט אפטיילונג אדער הויפט-אדוואקאט ביורא:

די וואס זענען חושד אן אמתקייט פון א קאנטראקט אדער האבן א חשד פון א שוונינדל זענען געמוטיגט צו רופ דער טאל-פרי. FEMA Disaster Fraud Hotline at 866-720-5721די קלוגן קענען אויך געברענגט ווערן צו די געזעץ-דורכפירונג אגענטורעס.

Last Updated: 
10/13/2016 - 10:01